Posts‎ > ‎

א אפענע בריוו צו די ראשי הישיבות, פון א טאטע

posted Nov 24, 2016, 1:49 PM by Tracht Beefor   [ updated Nov 24, 2016, 1:50 PM by Z9 Network ]
ראש חודש מרחשון תשע"ז לפ"ק,
לכבוד הנהלת המתיבתא שליט"א כל אחד בשמו יבורך:

יישר כחכם פאר אייך אלע! איך האב נישט גענוג ווערטער וויאזוי אייך צו "באדאנקען"...

א טאטע וואס גייט אדורך שבעה מדורי גיהנם אין זיין פרעזענליכע לעבן, און איז געצוואונגען געווען צו גיין וואנדערן פאריאהר אין גלות קיין מאנסי בעירום ובחוסר כל, און האלט אין איין רופן כסדר די מתיבתא אפיס זייט פסח, זיכער צו מאכען אז זיין זוהן – וואס איז געווען ביז יעצט ביי אונז אין ישיבה קטנה - וועט קענען אריין גיין אין מתיבתא אויפ'ן קומענדיגען יאהר, ווי מ'טוט אים בארוהיגען במשך אגאנצען זומער אז "ס'איז נישט קיין פראבלעם - ר' לייביש גייט אדורך די מאנסי ליסט ערשט ביים סוף זומער" - אבער דריי טעג איידער ישיבה פאנגט זיך אן ר"ח אלול, זענען זיי פלוצלינג מחליט אז זיין זוהן קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א טאטע וואס פאר 30 יאהר צוריק פלעגט נישט פארפעלן קיין טיש ביים רב זצ"ל, ווייל ס'איז געווען א "חוב קדוש" ביי אים, גוט אויסצוהערן די רב'ס תורה יעדן שבת און יו"ט כדי צו קענען דאס גוט געדענקען כדי אראפצושרייבען נאכדעם - זיין זוהן קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א טאטע וואס פאר 28 יאהר צוריק פלעגט ארומלויפען מיט א טעיפ-רעקארדער (ווער געדענקט נאך היינט אפילו וואס דאס איז ?...) יעדן מוצ"ש כדי אויפצוכאפען די רב זצ"ל'ס סיפורי צדיקים בשעת מלוה מלכה - זיין זוהן קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א טאטע וואס פאר 27 יאהר צוריק פלעגט זיצען מיט זיין טייפ-רייטער (גיי זיי מסביר היינט וואס דאס מיינט...) אויבען אויפ'ן העכסטען שטאק פון בנין המתיבתא, ביז שפעט אינדערנאכט, אפצוטייפען די שיעורים פון ר' ברוך אברהם (וואס איז נאך דעמאלס געווען א מגיד שיעור בחייו של ר' משה דוד שטיינווארצעל ז"ל) וואס ווען סוף יאהר, ווייזענדיג די אפגעטייפטע שיעורים פון זיין אינגסטען איידעם, פאר'ן רב זצ"ל, שיין צוזאמענגעשטעלט אין א ספר, האט דער רב צו אים אויסגערופען מיט באגייסטערונג: "דו האסט מיר ממש מחיה געווען!" - זיין זוהן קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א טאטע וואס פאר 26 יאהר צוריק אין ישיבה האט געהאט א "התחייבות" ארויסצוהעלפן די ישיבה מיט די חתימות אויף די טרויעריג-באקאנטע "סטודענט-לאונס" פאר 25,000 $ מיט די "הבטחה" אז דאס איז "פארשטייט זיך" די אחריות פון די ישיבה צו באצאלען - און דערנאך אים געזאגט שיינערהייט "גיי הענג דיך", מיט די שווערע תוצאות פון דעם אויף כמה שנים דערנאך - בו בזמן ווען זיין טאטע - אן עני ואביון בתכלית - האט ערליך געצאלט שכר לימוד מידי חודש בחדשו - זיין זוהן קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א בחור וואס איז אליין יעצט אריינגעקומען צו פארן קיין בארא פארק סיי אויף יום כפור און סיי אויף שמיני עצרת ושמחת תורה, צו זיין במחיצתו פונעם רב שליט"א, הגם ער האט נישט געהאט א פאסענדע אכסניא צו זיין אויף יו"ט, נאר פארדעם ווייל ער האט נישט געקענט סובל זיין יו"ט צו זיין אין אן אנדערע סביבה מיט אן אנדערע נוסח ווי באבוב - אזא בחור קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א בחור וואס אלע מדריכים ומשגיחים וואס האבן געהאט א נאנטע פארבינדונג מיט אים, האבן אלע פה אחד מעיד געווען אז מ'רעדט דא וועגען א טייערע בחור וואס וויל זיין גוט און וויל לערנען (יא - איך קען געבן תיכף ומיד די נעמען פון די אלע וואס זענען טאקע אזוי מעיד אויף אים) - אזא בחור קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א בחור וואס נאכ'ן רעדען און הערען פון אנ"ש דקהילתינו אז ס'איז נישט דא אזא זאך - נאר יעדער בחור וואס איז שוין אין די מוסד און אין די קהילה, איז בודאי אנגענומען אין מתיבתא, און האט דעריבער מחליט געווען זונטאג אינדערפרי צו נעמען א גמרא אין דער האנט אריין און זיך אוועקזעצען מיט די אנדערע בחורים בבנין המתיבתא - אזא בחור האט די מנהל אנגעכאפט ביי די אויערען און ארויסגעווארפען אויף די גאס! יישר כחכם פאר דעם!

ישלם ה' פעלכם ותהי משכורתכם שלימה מעם ה'! זאל אייך השי"ת אויך באצאלען פאר די היפאקראטיא פון אוחז זיין החבל בשתי ראשים - פון איין זייט (צו נוצען די וואכעדיגע פרשה) יאמערן און קלאגען אויף "די מבול פון כי השחית כל בשר את דרכו וואס הערשט אויף די שרעקליכע גאס מיט די שרעקליכע נסיונות" און תוך כדי דיבור - הערמעטיש צו פארשפארען די תיבת נח פון איינער וואס וויל זיך דארט ראטעווען - און בידים ארויסווארפען איינער וואס האט זיך "דערוואגט "זיך אריינצוכאפען אין תיבת נח - אן די "נויטיגע רעגיסטראציע פאפירען", און זיך ווארפען מיט בחורים כאבן ביד המסתת, ברצותו אוחז וברצותו מכתת...

און פארוואס טאקע קען אזא בחור "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה? אויפדעם קומט די פוילע תירוץ פון די הנהלה: "מיר האבן אסאך פראבלעמען מיט מאנסי בחורים" - כאילו אז איינמאל מ'גייט אדורך די וואשינגטאן-ברידזש, ווערן די בחורים פלוצלינג באפאלען מיט אזא מין "רוח רעה" וואס טוט זיי מטמא זיין, און ווערן פסול פון אריינגיין אין באבובער מתיבתא, וואס אזא מין רוח-רעה טוט פשוט נישט שולט זיין אויף בארא-פארקער בחורים...

חוץ מזה וואס דאס איז שקר - מחמת כהיום הזה זענען דא כמה בחורים אין מתיבתא וואס וואוינען טאקע אין מאנסי און זענען ווארשיינליך נישט אנגעשטעקט געווארען מיט די "מאנסי רוח רעה"...

אבער יותר מזה - איך בין אליין געווען א בחור אין מתיבתא פאר 30 יאהר צוריק - מיר רעדן יעצט וועגען שנות תשמ"ז, תשמ"ח, תשמ"ט, תש"נ, תשנ"א, תשנ"ב, און איך קען אדורכגיין א לאנגע ליסטע פון בחורים אין מתיבתא בימים ההם וואס זענען געווען זייער ווייט פון די מדריגה פון א "חסידישע בחור" - ועוד גרוע מזה - ואין כאן המקום להאריך... (און בימים ההם - נישט נאר אז די אינטערנעט האט נישט עקזיסטירט - נאר אפילו א סעל-פאון האט נישט עקזיסטירט - אפילו נישט א פליפ-פאון - להוציא מלבן פון די אלע וואס מיינען אז די יצר הרע איז געקומען אויף דער וועלט צוזאמען מיט'ן אינטערנעט, און אז לפני עשרים שנה איז געווען א "דור דעה" ווי די יצר הרע האט פשוט נישט עקזיסטירט...) און פונדעסטוועגען האט ר' זושא זיי אריינגענומען בתוך כותלי המתיבתא, און "וואונדער איבער וואונדער" - מיר זענען נאך אלץ געבליבען שומרי שבת...

איז ממילא זאל מיר קיינער נישט פארקויפען קיין לאקשען מיט די נארישע פשעטלעך... איך בין נישט נעכטען געבוירען געווארען...

איך האב נאך אסאך וואס צו זאגען איבער דעם ענין - ובעיקר מסביר צו זיין אז איר האט אלע שוין לאנג פארגעסן די עיקר סיבה און עיקר תכלית פארוואס מיר האבן בכלל ישיבות אין אונזערע חסידישע קרייזען בכלל - און אין באבוב בפרט - וואס איז אגב מחמת סיבות וואס זענען בהחלט אנדערש ווי אין די ליטווישע קרייזען (עלינו לשבח לאדון הכל שלא שם חלקנו כהם וגורלנו ככל המונם – מחמת כמה טעמים שאכמ"ל) - אבער אין הזמן מספיק, וואס דאס אליין פאדערט א לענגערע ביאור דאס מסביר צו זיין, ועוד חזון למועד...

און יעצט - הייבט אן אייערע נייע חשון זמן מיט אייערע "הענד-פיקט" בחורים, וואס זענען אלע אודאי "כולם ברורים כולם קדושים מרחם אמם - בלי שום הרהור חטא ועון כלל", וואס די יצר הרע האט פשוט נישט קיין שום שליטה ואחיזה כל שהוא אויף קיין איינער פון זיי (אזוי ווי כמה בחורים אין מיין זוהן'ס פאריאהריגע קלאס, וואס זענען יעצט אריין אין מתיבתא, כגון פ... וכיוצא בו, וואס איך וויל נישט יעצט נוקב בשמם זיין, וואס האבן בודאי מעולם קיינמאל נישט געהאט קיין שום נטיה צו קיין שום ענין רע...) וואס פארשטייט זיך אז נאר "אזאלכע בחורים" זענען פאסיג אריינצוגיין אין מתיבתא, און אודאי איז דאס אויך רצון השם יתברך אז טאקע אזוי דארף א ישיבה זיך פירען, און ער האט שטארק נחת רוח פון דעם, און טוט זיך בארימען: "באבובער מתיבתא אשר בך אתפאר"...

בושה תכסה פניכם! שעמטס אייך אלע! כל אחד בשמו יתבזה ויתכלם!

פון א צובראכענע טאטע גולה וסורה נתונה למכים,
יהושע לינדנער
917-362-9126

Comments