Posts‎ > ‎

דער לאטערי געווינס פון יעקב נחמן - אן עפיזאדע פון לעצענס

posted Jan 14, 2016, 3:02 PM by Tracht Beefor   [ updated Jan 14, 2016, 3:02 PM by Z9 Network ]

פרק א'

יעקב נחמן הערט די וועקער זייגער טיף אין זיין חלומלאזער שלאף, ער וויל באמת באגראבען זיין קאפ אינ'ם קישען, נאר ער ווייסט נישט וואס איז איהם ערגער; דער שלאף צו דער וואך. ער איז אן אלט'ן שלימזל, נאך מבטן ומלידה. זיינע ברידער זענען געלונגענע זאכען, איינער האט אנגעפיהרט דער גאנצע עסן פון די שבת התוועדות אין זיין ישיבה, א צווייטע איז פון די שוויצער'ס ביי די רבי'ס חתונות, א דריטע איז א פולקאמער מעמבער אין שומרים און הצלה, נאר ער איז א שלימזל. ארבעטן ארבעט ער אין א נארישע אקאונטינ"ג ביזנעס, און נישט אלס א סי.פי.איי., ניין, נאר ער זיצט ביי א קאמפיוטער און לייגט אריין די נומער'ן פאר אנדערע אויסצורעכענען. ביים שלאף חלומ'ט ער נישט און וואכעהייט איז ער גארנישט, ט'וואס האט ער פון אויפשטיין?

ער ליגט אין בעט הערענדיג די קולות פון זיין שטוב ביים זיך אויפוועקען. זיין ווייב רייזל פארעט זיך מיט די קינדער אין די נעקסטע צימער.

"מוישי! עס אויף די גריס וואס איך האב דיר אנגעגרייט. שוין יעצט! איך האב עס ספעציעל פאר דיר געמאכט און יעצט זאגסט דו דו ווילסט עס נישט?!" שרייט זי אן דער דריי יעריגע.

"שיינדי טוה שוין אן די שטרימפ, ווי לאנג דארף מען ווארטען ביז דו פאלגסט?!" זאגט זי צום פינף יעריגע טאכטער, וואס שלעפט יעדען טאג ביז מ'נעמט איהר ענדליך צום פלעיגרא"פ.

זי דארף שוין זייגען די קליינע חיים יוסע'לע און די עלטערע זענען נאך נישט גרייט צו די באס. ער ליגט נאך אביסל און באקלאגט זיין לעבן צו זיך. ווען ס'איז געקומען צו שידוכים האט ער אויך קיין גרויס מזל נישט געהאט. זי איז געווען א פעשליכע און איהר טאטע האט געארבעט אין א פלייש געשעפט און קיין גרויסע חכם איז זי אויך נישט. זי קאכט א קאדאחעס און זי האט איהם אין דער ערד. איין זאך האט זי, אז זי דערמאנט נישט צו איהם זיינע פעלער'ס אין לעבן בפה, אבער אין איהר אויגען זעט ער א גאנצע צייט וואס זי טראכט פון איהם און זיין 'טאלאנטן'.

שוין, א פרומע איד איז ער פארט, און ער מוז דאווענען פאר'ן גיין ארבעטען (ער קרעכצט נאכאמאל זיך דערמאנען דער ווארט), און ער זאגט מודה אני, וואשט נעגל וואסער און טוט זיך אן שנעל. קומענדיג ארויס פון צימער אויפ'ן וועג צו הכנות, האפט ער אז מ'עט איהם נישט באמערקען, אבער פארפאלען. מוישי שרייט הויך "קוק, טאטי איז דא!", און זיין ווייב גיבט איהם שנעל איבער חיים יוסע'לע כדי זי זאל קענען צוזאמפאקען די מיטאג פאר שיינדי וואס גייט באלד אין שולע אריין. ער זוכט א פלאץ אויף די טעפיך אראפצולייגען דער קינד, אבער ער טרעפט נישט, זעענדיג פאר איהם שפילצייג און קליידער, פידזשאמא'ס און א שמוציגע ווינדעל ערגעץ דארט.

ער לייגט שנעל אראפ דאס קינד אין זיין וויגעלע און לויפט צו זיין הכנות. ער האלט זיך נישט גענוג גרויס צו קענען נעמען א גלאז וואסער דארט אויך, דאס פאסט נישט פאר שלימזלים ווי איהם. דאס איז פאר די כולל יונגעלייט, די רעביש'ע קינדער און די כ'ניאקישע נשמות, נישט א נערישע יעקב נחמן וואס האט אין זיין לעען נישט געטראכט פון דער גרויסע געשעעניש וואס ס'גייט איהם באלד פאסירען אין זיין לעבן.

ער לויפט צו כאפען די זיבען דרייסיג מנין אין 'סמעדרעש, ווען די זייגער שטופט שוין א פערטעל פאר אכט. אין מקוה גייט ער נישט, 'איך דארף עס כמעט קיינמאל נישט האבען סייווי, וואס דארף איך זיך מוטשען יעדען טאג?' טראכט ער, געדענקענדיג נאכאמאל וואס זיין ווייב טראכט פון איהם.

מ'קומט אן אין 'סמעדרעש און ער כאפט שנעל א קאווע. די קאווע קומט אויס לוילעך, די צוקער קאצקע צוברעקעלט זיך אינ'ם מויל און לפחות דריי מענטשען שטופען זיך אריין אין איהם און זייער קאווע טראפקעט זיך אויף זיין שיך און רעקל. זיי זארגען ניטאמאל זיך צו אנטשולדיגען ווארום ווער באמערקט איהם בכלל?

ער הערט אז מ'טומעלט זיך דא און דארט אין גרויסן אויף עפעס, דער עולם טומעלט אבער צוגעלייגט נישט נערוועז, ס'איז זיכער נישט עפעס א פרצה צו א מחאה וואס ס'טומעלט זיך, מ'שמועסט וועגען עפעס מיליאנען דאללאר'ן אבער קיינער זארגט זיך נישט איהם צו באוואוסען און ער האפט נישט אז ער גייט הערן דערפון און ניטאמאל אז ס'איז איהם נוגע, דעריבער מאכט ער זיך נישט צוטוהן. ער איז צוגעוואוינט אז די נייעס זאל איהם פארביי לויפען, ס'האט גענומען צוויי וואכען ביז ער האט עפעס געהערט פון רייזל וועגען דער מעשה מיט מנחם שטארק. 'מיין לעבען טוישט זיך סייווי נישט, דער געלט באלאנגט נישט צו מיר, און איך האב עס נישט דערלייגט, וואס האב איך צו הערן דערפון?' טראכט ער צו זיך.

שוין אפגעדאווענט, דארף מען לויפען צו דער ארבעט, וואס געפונט זיך אין א גוי'ישע געגענט אין ברוקלין, אפשר נישט גוי'יש נאר נישט היימיש, ס'רופט זיך פלאטבוש, און הגם זיי זאגען זיי זענען פרומע אידען, ס'דערקענט זיך נישט אויף זייער אפגעגאלט'ע געזיכט. אויפ'ן וועג נאכ'ן אראפגיין פון די באס זעט ער א גוי'שע געשעפט ווי מ'פארקויפט כשר'ע קאווע און ער דערמאנט זיך ווי אומגעלונגען איז געווען זיין ערשטע קאווע, האט ער מחליט געווען צו פראבירען א צווייטע מאל, זאל כאטש איין זאך איהם געלונגען אין דער טאג.

גייענדיג אריין דארט זעט ער א רייע מענטשען צו באצאלען און ער וואונדערט זיך 'וואס טיילט מען דארט? הייסע לאקשען?' קומענדיג אהין מיט זיין קאווע, פרעגט איהם דער ערל דארט "י"ו היע"ר פא"ר ד"ע פאווערבא"לל?".

"וואס ווען ווי? וואס איז דאס?"

הע"י מע"ן! י"ו גאננ"א בא"י א טשאנ"ץ ט"ו ווי"ן בי"ג? י"ו קע"ן גע"ט ווא"ן אנ"ד א העל"ף ביליאן דאללארס! ט"ו דאללאר"ס א טשאנ"ץ!"

אזוי גאר! און וואס וועט ער טוהן מיט די אלע געלטער? דער גוי האט אבער קלאר געוואוסט אז דאס וויל ער קויפן און ער האט נישט דער מוט זיך קעגען צו שטעלן, האט ער געקויפט פאר צוויי דאללאר דער קאלירטע פאפיער וואס ס'שטייט אויף דעם זיינע נומער'ן. מיט דער טיקעט אין טאש און די קאווע אין האנט ווענדט ער זיך אינדערויסן צו די קעלט און ווינט. "גו"ד לא"ק", רופט אויס דער ערל פון אינעווייניג. 'אמן כי"ר', טראכט ער צו זיך.

מ'קומט אן אין די ארבעט און דער באלעבאס, א זויער ליטוואק שטייט דארט מיט זיין זייגער און א שארפען בליק. ער זאגט גארנישט אבער יעקב נחמן פילט ביי זיך אז ער האלט חשבון מיט איהם. אפילו ער איז אפאר מינוט פרי, פילט ער נאך אלס כאילו מ'האט איהם ביי עפעס געכאפט. ער זיצט דארט ביין זיין קאמפיוטער און ער הייבט אן מיט זיין נארישע זינלאזע ארבעט. ער זיצט מיט צוויי פייל'ס אפען און ער זוכט גרייזען און געכיפערטע שורות וואס קען פאראורזאכען גרויסע שאדענס ביי די קליענט'ן פונ'ם קאמפאני. זיין קאפ האט זיך נישט פארנומען מיט גארנישט און ער זעט נישט קיין ברכה בעמלו. נאר ווען ער מאכט צומאל א גרייז שרייט מען איהם אן און מ'באפאלט איהם און מ'סטראשעט מיט'ן ווערן אפגע'פטר'ט.

ער האט שוין אפאר מאל געטראכט פון א וועג פון מאכען זיין ארבעט גרינגער. מ'דארף נאר אוועקשטעלען א פראגראם אדער א מאקר"ו א קליינער וואס וואלט געמאכט זיין ארבעט מער אקוראט און שנעלער. ער קלערט נאר אז טאמער ער טוט אזוי, בלייבט ער אן ארבעט, און דאס איז ערגער פון אלעם. ער האט אויך נישט געהאט קיין גרויסע מוט דערצו. 'עה, מסתמא וועט עס נישט געלונגען, איך 'על מאכען א פאר גרייזען און ס'וועט נאך זיין ערגער ווי פריער', טראכט ער צומאל ווען די מחשבה פאלט איהם איין אין קאפ.

ער זעט דער עולם טומעלט נאכאמאל וועגען מיליאנען דאללארען, און יעצט ווייסט ער שוין וואס מ'רעדט. ער האט געהערט פונ'ם ערל אינ'ם געשעפט אין אושי"ן פארקווע"י וואס ס'רעדט זיך. ער טראכט א האלבע מינוט וואס וואלט איהם פאסירט ווען ער באקומט אזויפיל געלט, אבער ער לאזט זיך ניטאמאל חלומ'ן דערוועגן, ער האט נישט די חוצפה דערצו. זיין ברודער דער געלונגענער עסקן וואלט אפשר זיך ערלויבט אזוי צו חלומ'ן, אבער פאר איהם איז עס נישט.

זעקס אזייגער ענדיגט ער דער ארבעט און ער הייבט זיך אויף מיט זיין חבר דער קאפוויי דער שטענדיגע באגלייטער גוט באזעצט אין זיין פלאץ. ער כאפט זיין באס און דרימעלט זיין וועג אהיים. קומענדיג אהיים, קריכט ער אריין ווי א גנב, קיינער וויל איהם סייווי נישט זען, און ער טרעפט זיין וועטשערע זיצענדיג אויף דער קאנטשע. ער ווייסט נישט וואס דער מאכל איז, צו ס'איז פליישיג צו מילכיג ווייסט ער נאר לויט וועלכט טישטאך זיצט אויפ'ן טיש. דער טעפיך פון זיין צוויי שלאפצימערדיגע דירה קען מען נישט זען פאר קליידער, שפילצייג און אנדערע אומבאקאנטע זאכען. ערגעץ דארט שרייט רייזל אן די קינדער, אדער אין וואנע אדער אין שלאף צימער. ער זיצט און עסט זיך אפ דער וועטשערע אליינס, און ווען רייזל קומט אריין מיט חיים יוספ'ן און פרעגט איהם וואס ער מאכט, ענטפערט ער מיט אן אוממענטשליכע שטימע און אומבאקאנטע ווערטער. זי איז צופרידען פון דעם אויך, 'וואס דארף ער זיך מוטשען צו ענטפערען א נארמאלע תשובה? זי וויל סייווי נישט וויסען וואס ער האט צו זאגן'. נישט הערענדיג קיין עכטע תשובה האט זי זיך גענומען אנפילען די צימער מיט א מבול פון ווערטער, איינער קלאפענדיג אין די צווייטער, פון קינדער און קליידער, גויטע'ס און מאמע'ס, חברטע'ס מיט קארידזשע'ס. אינדערמיט האט ער געכאפט עפעס א פאר ווערטער וועגן גיין מיט גיטי צום קינדער געשעפט איינקויפען נייע קליידער פאר די נעקסטע זומער פאר די קינדער.

"יויש, האב איך געטראפען א שיינע! און ביליג ווי בארשט אויך! פאר דריי קינדער האב איך באצאלט נאר $250, און דאס איז נאכ'ן אראפגייען מיט צוואנציג פערצענט!" ער האט געטראכט צו זיך 'און $250 קען איך יא ערלויבן? פון ווי גייט קומען די געלטער?'.

ער ווייסט אבער אז ער גייט גארנישט זאגען צו איהר. גענוג אז זי טראכט איהם פאר א שלימזל, זאל ער עפענען די מויל און אוועקרייסען יעדע ספק? ווען זי האט נישט גיטי האט זי נעכא לאה, א חבר'טע וואס ס'פאסט ניטאמאל אויסצוגעבן $250 ווען ס'איז אויף סעי"ל. נאר דער פולע פרייז וויל זי באצאלען. שוין בעסער דער גיטי, ווער זי איז נאר, ווי אן אנדערע.

ער האט א שיעור אין 'סמעדרעש, און יעדע נאכט גייט ער אהין מיט א האלבע הו"א אז היינט נאכט וועט ער בלייבען אויף און עפעס איינהערן ווי דער מגי"ש לערנט פאר א דף גמרא און א פאר סעיפים אין קיצור שו"ע, אבער ס'מאכט זיך למעשה זעלטען אז ער בלייבט אויף. ער איז מיד, דער לימוד ציט איהם נישט, דער מגי"ש איז נישט קלאר, דער סוגיא איז סייווי נישט נוגע למעשה, דער עי"ר קאנדישע"ן\הייצונג ארבעט נישט, צו ער האט נעכטן געפעלט און היינטיגען סוגיא איז געבויט אויף די נעכטיגע. יעדע נאכט איז דא אן אנדערע סיבה און למעשה בלייבען בלייבט ער שלאפן. א שנעלער מעריב און צוריק אין שטוב און אין בעט אריין. ער ווייסט נישט צו רייזל איז נאך וואך פארעדיג מיט'ן שטוב, אדער זי שלאפט שוין, ער באמערקט שוין נישט די זאכען. זיין טאג איז אריבער און ער דארף שוין גיין שלאפען.

פרק ב'

דער נעקסטע אינדערפרי איז מפטירין כדאתמול, זיין וועקער זייגער קלינגט, זיין ווייב ברומט, די קינדער וויינען און ער פראבירט ווייטער צו דרימלען. אבער עפעס איז אנדערש, עפעס נאגט איהם, ערגעץ פילט ער אן אומבאקוועמער אומבאוואוסטע האפענונג אין זיך, כאילו עפעס גוט וועט איהם שוין ענדליך פאסירן, אנדעריש ווי זיין לעצטע זיבען און צוואנציג יאר עלי אדמות. ער געדענקט נישט פארוואס ער זאל אזוי שפירן און ער ווייסט נישט מה יום מיומים, דערשטיקט ער דער מחשבה שנעל כאילו ס'איז א מחשבת כפירה ומינות.

מ'שטייט אויף, מ'וואשט זיך און מ'לויפט ווידער אין 'סמעדרעש. היינט זענען די ווינטן נאך מער שטורעמדיג ווי נעכטען, מ'פרייט זיך און מ'לויפט פון קיפקע צו קיפקע. ער ווייסט נישט וואס איז שוין ווידער געשען, וואס האט אזוי אויפגעלעבט די וויליאמסבורגער גאס? ער הערט איינער זאגען "וואס עפעס זאלען די פלאטבושער גויים געניסען פון דער געווינס? זייער מוסדות דארפען דען זיין מעשר? זיי נעמען דאך פון די ציונים!" ער כאפט אז מ'רעדט ווידער פון די מיליאנען דאללארען. ער לייגט צוזאמען צוויי מיט נאך צוויי און ער כאפט אז איינער אין פלאטבוש האט געקויפט דער טיקעט פונ'ם גרויסע געווינס.

ער פארגעסט גלייך פון דעם און רעכט אפ נאך א דאווענען און א לויפעניש צום ארבעט. ווען ער קומט אריין אינ'ם אפיס הערט ער נאך מער טומלעריי, דער עולם שמועסט אז אין א געשעפט הארט דערנעבן האט מען פארקויפט דעם טיקעט פונ'ם געווינער. ער כאפט ביי זיך פלוצלינג 'אוי! איך האב דאך געקויפט נעכטען אין א געשעפט הארט נעבן דער אפיס א טיקעט, דער גוי האט נאך געזאגט 'גו"ד לא"ק'! ווער ווייסט?!'

אבער ער ווארפט עס גלייך אפ. ווי קומט עס איהם אפילו צו טראכטען וועגען די זאכען? ער קען דען געווינען אזויפיל געלט? טאמער דאס קען פאסירען, איז דער גאנצע וועלט אויפ'ן קאפ געפאלען. דער זון וועט ארויפקומען אינ'ם מערב און דער שקיעה וועט זיין אין דער צפון! ס'איז אוממעגליך!

ווען ער צינדט אבער אן דער קאמפיוטער קען ער זיך נישט איינהאלטען און ער גיבט א שנעל'ן בליק אינ'ם נייעס צו זען די נומער'ן פונ'ם געווינער. ער קוקט דארט, ער נעמט שטילעהייט ארויס פון טאש די אלטע טיקעט, וואס איז אביסל שמוציג געווארען פון עפעס, ער ווייסט נישט וואס, וואס דרייט זיך דארט אין טאש זייט מוצאי פסח. ער קוקט איין מאל, ער קוקט א צווייטע מאל, און אט אט, דאס איז עס! ער האט אלס גענוי צוגעטראפען! דער גליקליכע געווינער פון מער ווי א ביליאן דאללאר איז גאר איהם!

שיער וואס ער חלש'ט, ער ווייסט נישט ווי זיך צו כאפען דער אטעם. ער וויל וויינען, לאכען, שרייען, שטויסען, בריקעווען, אדער סתם אזוי נעמען דאס לעבען. ווי דאלעבט מען אזא מין זאך?! ער לויפט אין בית הכסא (ער איז פארט א חסידישע איד, זיין ערשטע סטאנציע איז אייביג דארט) און ער זיצט זיך אפאר מינוט צו כאפען זיין אטעם און זיך לאזען טראכטען. ער האט נאך אין זיין לעבן אפילו נישט געדמיונ'ט פון אזעלכע זאכען, ער האט נישט קיין המשך אין קאפ 'אה! יעצט קען איך דאס קויפען צו יענס באקומען'. זיין מח איז ליידיג פון די זאכען.

נאך א פאר מינוט פון טיפע אטעמען, שטעלט ער זיך אויף, ער וואשט די הענט און גייט צוריק צו זיין פלאץ. ער הייבט אן ארבעטן ביי זיין אמט, און פלוצלונג גיבט ער א הייב אויף דער קאפ און ער נעמט זיך עפענען אן אנדערע'ן פייל אויפ'ן קאמפיוטער, און ער הייבט אן שרייבען און אויסרעכענען דער מאקר"ו פון וואס ער חלומ'ט שוין לאנג. דער ארבעט נעמט איהם א קנאפער האלבע שעה אויפצושטעלען דער מאקר"ו און בודק זיין צו ס'ארבעט. נאכ'ן זיין איבערגעצייגט אז ס'איז אלס כשורה, דרוקט ער די קנעפל און זיין ארבעט פון די נעקסטע צוויי וואכן איז שוין פערטיג, ער האט שוין נישט וואס צו טוהן. וואס טוט ער יעצט? ער ווייסט אז ערגעץ טיילט מען די געלטער פאר דער געווינער אבער ער ווייסט נישט ווי, דער פאליציי סטאנציע? דער שטאט ראט? ביים רבי'ן אין הויף? ווי גייט מען פאר די זאכען?

ער האט נאך נישט איינגעשלינגען דער נייעס אין געדערעם און ס'פאלט איהם נישט ביי צו דערציילען דערפון פאר א צווייטען. 'וואס וועלען זיי זאגען? מ'עט מיר נישט גלייבען, אדער וועט מען מיר אנרופן א גנב, בעסער נישט צו רעדן', טראכט ער צו זיך. אבער טיף אריין אין זיין געוויסען ווייסט ער אז ער איז שוין נישט דער זעלבע מענטש, ער איז היינט אן עושר א מאכער, א מענטש צום טיש.

יעקב נחמן הייבט זיך אויף מיט א פעסטקייט און ער גייט מיט זיכערע טריט צום צימער פון זיין באס, וואס זיצט אין א גרויסע בענקעל און מאכט כאילו ער טוט עפעס וויכטיג דארט אויף זיין קאמפיוטע"ר. ער היסט אביסל, א גענעץ און א מורמעל קומען פון זיין מויל ביז ער הייבט אן רעדן. "איך האב אויסגעטראפען א פלאן פאר די ארבעט דא", הייבט ער אן מיט א קליינע שטימער. דער באלעבאס הערט איהם קוים, אבער ער הייבט אויף דעם קאפ.

"יא יעקב נחמן, וואס האט איהר אויסגעטראפען?" האט ער גע'ענטפערט אויף ענגליש, אבער יעקב נחמן האט איהם פלוצלונג פיין פארשטאנען, טראץ דעם וואס ענגליש האט איהם אייביג געקלינגען אין אויער ווי א ווייט פרעמדע קעקעצדיגע שפראך.

"איך האב געמאכט א מאקר"ו וואס טוט מיין ארבעט אין ווייניגער ווי א צענטעל פון די צייט", זאגט יעקב נחמן מיט אביסל מער מוט ווי פריער.

"יא? אזוי? לאמיר זען וואס האסטו געטוהן דא", ענטפערט זיין בעלעבאס מיט א שמייכעל. ער איז גארנישט אזא פארזעעניש, ער קען רעדען שיין און פיין.

יעקב נחמן ווייזט איהם אויפ'ן קאמפיוטער ואוס ער האט אויפגעטוהן, וועלכע שטרויכלונגען זענען איהם אנגעקומען אין וועג, און וויאזוי ער האט עס געלעזט. דער בעלעבאס איז נתפעל פון זיין איינפאל. ער פרעגט איהם מיט א שמייכל "און וואס וועסטו ווייטער טוהן? וויאזוי וועסטו אנפילען דיין טאג?"

אבער יעקב נחמן פילט נישט צוקלאפט פון די ווערטער. ער האט געכאפט אז ער מיינט נאר א וויץ צו מאכען, און ער איז נישט נערוועז. דער בעלעבס זאגט איהם "מיר זוכען נאכאנאנד איינער וואס קען צו די זאכען אין קאמפיוטער"ס זאל אונז העלפען אין דער אפיס ווען די פראבלעמען קומען אפיר. טאמער דו ווילסט דער אמט, מעלד זיך איין, און דער הויפט פון HR וועט מיט דיר רעדן. איך וועל איהם זאגען וואס איך האב פון דיר געהערט. נאדיר א פאפיר אויסצופילען, און איך וועל זיך באזארגען עס איבערצוגעבן".

יעקב נחמן ענדיגט דער ארבעט אביסל פרי, שוין האלב זעקס איז ער אינדרויסען און ער וויל שטארק שוין זיין אינדערהיים. ער האט געפילט דער שטארקע קעלט פונ'ם ווינט און ס'האט איהם אויפגעוועקט, ער דערמאנט זיך אז ער לעבט און דער וועלט גייט אן מיט א חיזוק, נאכ'ן שטיקעדיגע אטמאספער"ע פון די אנגעהייצטע אפיס.

ווען יעקב נחמן קומט אן אהיים, א האלבע שעה פריער ווי נארמאל, עפענט ער דער טיר און ער זאגט הויך "א גוט'ן אווענט" פאר זיין משפחה, זיין ווייב, זיין קינדער, פאר די גאנצע וועלט. רייזעלע האט שיער אראפגעלזאט דער קינד וואס זי האט געהאלטען אינמיטן באדען. זי האט געמיינט אז א צווייטער איז אריין אין זייער שטוב. רייזעלע האט שנעל און פלינק אפגעטרוקענט דער קינד און איז אריין אין קאך מיט א שמייכעל און א "גוטן אווענט" צו איהר יעקב נחמן.

רייזעלע האט אויפגעווארעמט זיין טעלער מיט נאך איינס פאר זיך אליינס. זי האט שוין געגעסען מיט די קינדער, אבער פלוצלונג האט זיך איהר געגלוסט נאך א טעלער. זי האט זיך דערמאנט אין איהר איבערוואג און נאר האלבוועג'ס אנגעפילט דעם טעלער. זי האט זיך אראפגעזעצט מיט איהר מאן יעקב נחמן'ן עסען וועטשערע. ווען זי האט איהם געפרעגט ווי זיין טאג איז געווען, האט ער, צו איהר שטוינונג, געענטפערט. "זייער פיין ב"ה. איך האב געטראפען א וועג צו מאכען מיין ארבעט לייכטער". ס'איז איהם נישט איינגעפאלען איהר צו פארציילען פונ'ם געווינס, 'וואס האט זי מיט מיין געלט איינגעלייגט?'

ער גייט צום שיעור זאט פון די פלייש מיט קארטאפעל, זופ און סאלאט וואס ער האט נאר וואס געגעסן. דער שיעור האט אויפגעלעבט יעקב נחמן'ן, ער האט צו דער ערשטע מאל געכאפט וואס דער מגי"ש האט עכט געוואלט זאגען, וויאזוי ער טייטשט דער גמרא און וואס איז געווען דער קשיא דערויף. ביי מעריב אבער זענען זיין מחשבות געלאפען. דאס איז די ערשטע געלעגענהייט ער האט צו חלומ'ן זייט זיין נייעס. ער האט ערשט אנגעהויבען כאפען וואס ער קען שוין טוהן מיט די אלע געלטער. ער האט זיך גענומען חלומ'ן פון אפצאלען דער קרעדיט קארד און זיך איינקויפען עפעס א קאר צו קענען אנקומען צום ארבעט אן דעם וואס ער זאל דארפען זיצען אין א באס. זיין חשבון אין גראסערי אפצאלען און זיין ווייב קען גייען שפאצירען מיט נעכא לאה און דארף זיך נישט איינצוימען נאר צו גיטי.

דער נעקסטע אינדערפרי איז ער אויפגעשטאנען מיט זיין קינדער, נאך פאר די וועקער זייגער. ער האט שנעלעהייט זיך אנגעטוהן און אפילו געהאלפען רייזעלע מיט די קינדער, איינער אנגעטוהן א שוך, דער צווייטער דערלאנגט די מילך פאר זיין פרישטיק. ער איז אנגעקומען אביסל פרי צום דאווענען און האט געדאווענט שטאט און געמיטליך. ער האט נאך אלס, פון געוואוינהייט, מיט קיינעם נישט געשמועסט און נישט איינגעהערט די שמועסן פון אנדערע.

יעקב נחמן האט געכאפט דעם באס באצייטענס און איז אריין באצייטענס צום אפיס. דער בעלעבוס שטייט דארט ווידער מיט זיין זייגער, אבער ער האט אויף איהם נישט געווארפען דעם בייזן בליק. ער זעצט זיך אראפ ביי זיין פלאץ און פלוצלונג כאפט ער אז ער האט שוין נישט וואס צו טוהן, ער האט שוין אלס אפגעענדיגט נעכטען מיט זיין מאקר"ו.

ער געדענקט אז ס'איז דא א זאך וואס ס'רופט זיך גוגע"ל וואס דארט דרייט זיך אלע אינפארמאציע פון די וועלט. ער קען נישט קיין פליסיגע ענגליש, ער האט עס קיינמאל נישט געדארפט, אבער ער שרייבט אריין Google אין זיין בראוזע"ר צו זען וואס וועט פאסירען. פארשטייט זיך ארבעט עס נישט 'וואס האסטו געמיינט? ס'וועט גלייך ארבעטען?' אבער אטאמאטיש איז ארויפגעקומען א רשימה פון זאכען וואס איינער פון זיי האט געהייסען Google. דארט האט ער אריינגעשריבען א פאר ווערטער פון זיין סומאטוכע. ווי נעמט מען אפ דאס געלט? וואס איז די בעסטע עצה פאר איהם יעצט? וויאזוי האלט ער דאס געלט? וואס קען ער טוהן דערמיט?

א ים מיט תשובות זענען איהם אנגעקומען און ער האט שוין א קאפוויי, נאך פאר זיין געווענדליכע ווסת פון עלעף אזייגער. אזויפיל אפציע'ס, אזויפיל פראבלעמען, אזויפיל זאכען מטפל צו זיין דערמיט. ער ווייסט נישט מיט וואס אנצוהויבען. איין זאך האט ער געליינט אז ס'גייט קומען אן א שיעור מענטשן בעטען זיין געלט מיט כל מיני קונצן און שטיקלעך. ער ווייסט אז ער מוז געבען צדקה, אבער די אלע אנדערע, זיין שוואגער'ס שכנ'ס שווער מיט א ביזנעס געלעגענהייט וואס וועט איהם מאכען פאר א ביליאנער (איין מינוט, ער איז שוין א ביליאנער! וואס דארף ער נאך?) אזוי פיל האט ער פארשטאנען אז ער דארף אנקומען צו די הילף פון א צווייטען. ער קוקט זיך אום אויפ'ן אינטערנעט, ער פארשטייט נישט האלב די ווערטער וואס ס'שטייט דארט, 'פארוואס מוז עס זיין אויף ענגליש פאר א גוט יאר? יעדער קען דאך אידיש, זאלען זיי שרייבען אויף אידיש!'

פון אלע וועבסייט"ס האט ער געלערנט אז ער מוז קודם דינגען אן אדוואקאט, איינער וואס קען זיך אויס אין די זאכען, און ער קען מייעץ זיין וויאזוי צו גייען ווייטער. נאר ווי טרעפט מען אן אדוואקאט? ער זוכט ארום אין די געגענט ווי ער וואוינט, אבער דארט טרעפט ער בעיקר אדוואקאט'ן פון אימיגראצי"ע אדער פון קרימינאל'ן, נישט פון שטייער'ן און אינוועסטירונגען. ער זוכט אין די פלאטבוש געגענט און דארט טרעפט ער שוין אפאר. ער זוכט אויס איינער מיט א גוי'ישע נאמען, ער דארף נישט אז אלע זאלען רעדן פון איהם. ער וויילט אויס איינער פון די גויים (לויט זיין בילד אויפ'ן וועבסיי"ט, דער מיט'ן בארד איז איהם פארט מער געפאלען) און ער שרייבט אראפ די טעלעפאן נומער. פלוצלונג שפירט ער די פיס טריטען פון די בעלעבאס זיינער לעבען זיין טיש. פלינק און שנעל פארלעשט ער דער בראוזע"ר, און ער מאכט כאילו ער איז באשעפטיגט מיט זיין מאקר"ו. דער בעלעבאס שמייכעלט צו איהם געמוטליך, "יעקב נחמן, מ'האט באקומען דיין מעלדונג צו ווערען אויפגענומען פאר'ן נייעם אמט אויף די קאמפיוטער"ס, און זיי ווילען זיך טרעפן מיט דיר מארגען. מ'דארף נישט אז דו זאלסט זיצען ליידיג אויפ'ן חשבון, כאכאכא", לאכט ער כאילו צו זיך.

די ווערטער האבען אבער נישט געשטאכען ביי יעקב נחמנ'ען, ער האט שוין נישט קיין מורא געהאט פון דער בעלעבאס און יעצט טרעפט ער איהם צו זיין א פיינער צוגעלאזענער מענטש. טאקע אביסל א מאדנע פארשוין, ער איז דאך א ליטוואק נישט קיין היימישער, אבער ער זוכט נישט צו דערגיין די יארען פון זיין ארבעטארער'ס, און יעקב נחמן האט שוין נישט קיין מורא פון ווערען אפגע'פטר'ט פון די ארבעט. זיין בעלעבאס הייסט איהם אהיימגיין יענעם טאג, און אויף מארגען וועט ער רעדען צום HR און מ'עט זען פון דארט. ער וואלט געמעגט פארשטיין דער רמז אז דער אמט איז שוין זיינס, אבער ער איז נישט צוגעוואוינט צו גוטע נייעס.

אנשטאט אבער אהיים גייען, שטעלט ער זיך אפ אינ'ם נעבענדיגע בית המדרש און ער זעצט זיך אוועק. שוין לאנג נישט געהאט קיין רואיגע פרייע צייט אין זיין טאג. געווענדליך אדער דארף ער זיך מוטשען צום ארבעט אדער מיט די קינדער, חוה"מ לויפט ער צו טריפ"ס און זונטאג פארעט ער זיך ווייטער מיט די קינדער און שבת דארף ער שלאפן. ער נעמט ארויס א ספר'ל, דער ערשטע וואס ער זעט וואס איז פערצופאל א חומש, און ער לערנט דער וואכעדיגע פרשה. ער איז געווענליך מעביר סדרה, אבער יעצט מיט רש"י און א בליק אינ'ם אוה"ח, ווי ער פאסמאקאוועט זיך מיט דייע פשטים און דערהער'ן וואס ס'קומט איהם ביי אין די לימוד. יעקב נחמן עפענט א גמרא צום בלאט ווי דער מגי"ש האלט דארט און ער לערנט עס איבער מיט א געשמאק, ער האט ערשט יעצט ריכטיג פארשטאנען וואס דער מגי"ש האט געמיינט, און אויף דעם האט ער ארומגעקוקט אין די מפרשים אין די גמרא און אויסגעחשבונ'ט זיין קשיות און מעגליכע תירוצים. ווען ער האט אויפגעהויבען זיין קאפ, האט ער ערשט באמערקט אז ס'איז א פערטעל פאר זעקס.

יעקב נחמן האט זיך שנעל אהיים געיאגט און ער איז אריין נאכאמאל מיט א שמייכעל און א געזאנג "א גוט'ן אווענט!" היינט נאכט זענען די קינדער נאך וואך איהם אויפצונעמען. זיי האבען געהערט די פרייליכע מוט אין זיין שטימע, און זיי האבען דערצו רעאגירט מיט פרייד. יעקב נחמן מיט רייזעלע האבן זיי געלייגט שלאפען און געגעסען וועטשערע אינאיינעם. דער האפענונג פון א בעסערן אמט האט איהם אויפגעלעבט און ער האט אנגעהויבען רעדן דערפון מיט איהר. זי האט איהם אויסגעהערט און געזאגט "מאך זיכער אז זיי שטעלען צו ריכטיג און מ'נעמט נישט פון דיר אומזיסט. זיי קענען נאך מיינען אז דו דארפסט זיי מער ווי זיי דארפען דיר. דו קענסט פאדערען דיין ווערד!"

ער האט אין זיין לעבן נישט געראכטען אז זי וועט אזוי רעדען צו איהם צו אפילו טראכטען אויף איהם, און ס'האט איהם אויפגעוועקט נייע געפילען אין זיין געוויסן. ער האט אבער זיך געמוזט יאגען צום שיעור, און ער האט אזוי געוואלט ממשיך זיין מיט'ן לערנען פון יענער נאכמיטאג. ער איז אריין צום שיעור מיט די קאפ הויך אין די לופט גרייט צוצוהערען. ער האט זיך נישט געדארפט אונטערנעמען גארנישט, זיך נישט געדארפט איינרעדען גארנישט, ער האט נאטורליך געוואלט ווייטער גיין אינ'ם סוגיא וואס ער האט נארוואס אנגעהויבן.

אויף מארגען אינדערפרי האט ער געקלינגען דעם אדוואקאט צו מאכען אן אפאוינטמענט. ס'איז ערב שבת געווען, דעריבער האט ער אפגעשטופט זיין אפאוינטמענט אויף זונטיג. ביים מיטינג מיט זיין בעלעבאס און זיין מענטשען, האט יעקב נחמן זיך אביסל געפרייט ווען מ'האט איהם, פארשטייט זיך, געמאלדען דער אמט אלס IT מענטש פון דער אפיס, אבער ווען זיין געהאלט איז נאר געווען צען פערצענט מער ווי ער האט היינט באקומען, האט ער עס נישט גענומען שטילעהייט. יעקב נחמן האט זיך געפאדערט זיינס, מיט די ווערטער פון זיין רייזעלע קלינגען נאך אין אויער. זיי זענען געווען אביסל איבערראשט און אנטוישט פון דעם אז ער פאדערט מער ווי זיי האבען געראכטען, אבער זיי האבען געכאפט אז ער ווייסט שוין זיין ווערד און מ'האט איהם געמוזט מער ווי דאפעלען זיין געהאלט. א קלייניקייט! ביז יעצט א מיאוס'ער ארבעט פון א שלעפער, און אין א פאר טעג האט ער געדאפעלט זיין געהאלט און באקומען ארבעט מיט וואס ער קען זיך בארימען! (ער האט פארגעסען אינגאנצען אז מיט די געלט פונ'ם לאטער"י האט ער געקענט לעבען אן צו ארבעטן אינגאנצן!)

ער איז אריין אין שבת מיט א גייסט פון 'כאילו מלאכתך עשויה'. ביי קבלת שבת האט ער מיטגעזינגען, אנשטאט צו זיצען און חלומ'ן אדער קוקען ווי א האן אין בני אדם אין איינער פון די ווערטלאזע צעטליך וואס מ'טיילט אומזיסט אין אלע בתי מדרשים. דער שבת סעודה האט ער אפגעראכטען מיט פרייד, און געשפילט מיט די קינדער. אויף שבת אינדערפרי האט ער לכל הדעות געברויכט א מקוה פאר'ן דאווענען, אבער ס'האט זיך געלוינט! ער האט נישט געדענקט אזא שבת זייט שנה ראשונה, און אפשר דעמאלס אויך נישט.

זונטיג אינדערפרי איז ער געגאנגען צו פלאטבוש פאר זיין אפאוינטמענט. ער האט געזאגט זיין ווייב אז ער מוז אנהייבען זיין נייעם אמט א טאג פאר דעם, און דעריבער מוז ער שוין אריינגייען זונטאג. ווען ער איז אריין צום אפיס פונ'ם אדוואקאט, האט יענער איהם אנגעקוקט מאדנע, ווי קומט עס א חסידיש'ע איד אין זיין אפיס, אין פלאטבוש איז דא ווייניג אזעלכע, און זיי האבען דאך אייגענע אדוואקאט'ן? ווען יעקב נחמן האט מסביר געווען וואס ער וויל, האט ער שוין געציילט זיין געלט אין קאפ. 'א קלייניקייט אז א איד מיט אזא געווינס פאלט פונקט אריין ביי מיר', טראכט ער צו זיך.

יעקב נחמן קוקט צו ווי דער אדוואקאט קוקט איבער זיין טיקעט, ער דרוקט אפאר קנעפלעך אויפ'ן קאמפיוטער און ער קוקט מיט אינטערעס וואס ס'שטייט דארט. דער אדוואקאט קוקט נאכאמאל אינ'ם טיקעט און נאכאמאל אויפ'ן קאמפיוטער. ער קוועטשט אביסל זיין שטערן און ער קוקט א דריטע מאל. יעקב נחמן'ס הארץ פאלט אראפ צו זיין פיס, ער ווייסט נישט וואס און ווען, אבער עפעס קלעמט איהם, עפעס זעט ער שווארץ דא. ענדליך עפענט דער אדוואקאט זיין מויל און ווי אין א חלום צו זיין אויער'ן זענען פארטונקען אין וואסער הערט יעקב נחמן די ווערטער אויף א הארט'ן ענגליש מיט א קליינעם איטאליענישע אויסרייד:

You bought a Mega-millions ticket, the winner was a Powerball ticket. You did get 4 of the numbers correct, so you will take home $1,000, but that is it, my friend.

מקור: קאווע שטיבל. קרעדיט: ליטוואק פון בודאפעסט.

Comments