Posts‎ > ‎

דוד אהראנאוויטש מ'סקווירא

posted Jan 27, 2016, 7:53 AM by Tracht Beefor   [ updated Jan 27, 2016, 7:53 AM by Z9 Network ]
בעפאר מיר נעמען די פעדער אין די האנט אריין דערמאנען מיר זיך די מאמר חז"ל וואס לערנט אינז "אל תדין חברך עד שתגיע למקומו" 
ס'קען זיך אפט מאל מאכן אז מיט איין קליינע ווארט, קען מען ליידער גורם זיין גאר שווערע שאדן'ס, במילא איז כדי צו היטן ס'מערסטע וואס ס'איז שייך אויף כבוד המשפחה. 

ווי פארשטענדליך ברויך מען ווייטער ממשיך זיין בתפילות ותחנונים, אז ער זאל זוכה זיין צו קבר ישראל. 

כדי צו אביסל פארשטיין וואס דא האט פאסירט, און צו קענען אביסל באגרייפן די שווערע ארבעט און כוחות וואס וואוילע אידן האבן משקיע געווען צו קענען אפגעפונען די פארלוירענע, איז אט האט איר א שטיקל אנאליז איבער די זיכעריי וואס האט זיך ליידער גע'ענדיגט אין א אופן נישט ווי מ'האט געהאפט. 

(די זייגער'ס זענען נישט פונקטלעך, אבער בערך על הסדר)

מאנטאג נאכט בערך 9:00 האט ערשטע הילף באקומען א רוף איבער א איד וואס האט געזאלט אנקומען צו א חמשה עשר בשבט סעודה און ער האט נישט ערשינען, די רופער לייגט צו: ער איז געווען ביי א שבתון אין די סיטי, און זינט דעמאלס קלינגט נישט זיין טעלעפון און מ'קען אים נישט אין ערגעץ כאפן. 

9:30 - ערשטע הילף שיקט אריבער וואלאנטירן צו די פארלוירענע איד'ס דירה, און נאכן קלאפן עטליכע מאל - אין קול ואין עונה. 
נאכן זאמלען אביסל אינפראמאציע הערט מען אז ער האט ניטאמאל אנגעקומען צום שבתון אין שטאט. 

מ'הייבט אן זאמלען אינפראמאציע פון משפחה און ידידים וואס נאר מעגליך צו קומען אויף די שפירן.

10:30 - נאכן דערקלערן אז ס'רעדט זיך פון ערנסטע סיטואציע, האט מען בפיקוח המשפחה גערופן די פאליציי און אנגעהויבן א אינוועסטיגעישאן. 

10:45 - א בחור האט געמאלדן אן ערשטע הילף וואלאנטיר, אז ער ווייסט איינער וואס האט געזען די פארלוירענעם אויפן וואשינגטאן בריק פרייטאג נאכמיטאג בערך 1:40.

11:15 - עטליכע מענטשן האבן אריינגערופן ערשטע הילף אז זיי האבן געזען די פארלוירענע פרייטאג אינדערפרי ביי רפואה העלט סענטער בערך 11:45.

11:30 - ערשטע הילף רופט ראקלענד חברים וואס ספעציעלעריזט זיך אין זיכערייען, צוויי קאקדינעיטער'ס זענען געקומען קיין סקווירא, און מ'איז דורך געגאנגען עטליכע פלענער וויאזוי צו ווייטער גיין. 

11:40 - א פאלאקט מיט דעטאלן פונעם פארלוירענעם ווערט פארשפרייט, און בעט אז ווער עס האט סיי וועלכע אינפראמאציע זאל ביטע רופן ערשטע הילף. 

11:45 - נאכן האבן צוויי מקורות פון מענטשן וואס האבן אים געזען, האט מען אנגעהויבן נאכזוכן קעמרעס אין די געגנט פון רפואה העלט סענטער, און ווארשיינליך האט מען אים טאקע געזען אויפן קעמרעס אין די געגנט פון רפואה, וואקענדיג אינעם ריכטונג פון שטעטל. 

עטליכע עסקנים האבן אנגעהויבן רופן די שטאטישע עסקנים צו איינשפאנען די ען-וויי-פי-די און די פארט-אוטארעטי פאליס, און אזוי אויך האט מען זיי געבעטן צו איבערקוקן קעמרעס נעבן און ביים בריק.
(דערווייל גייען זיי נישט איבערקוקן)
 

12:00 - ערשטע הילף הייבט אן רופן און שיקן די פאלאקט צו שפיטעלער צו אנפרעגן אויב זיי ערהאלטן אפשר א פאציענט וואס איז מעגליך די פארלוירענע. 
אזוי אויך לאזן זיך ארויס עטליכע וואלאנטירן צו שפיטעלער וואס מ'האט נישט באקומען קיין געהעריגע ענטפער פון זיי. 

12:15 - חברים ד'ראקלענד זיכט אין מאנסי ביי די משפחה. 

1:00 - ערשטע הילף רופט אן לאקאלע ארגענעזאציע'ס און בעט צו פארשפרייטן די פאלאקט מיט אינפראמאציע איבער די פארלוירענע. 

1:30 - נאכן נישטערן און איבערקוקן עטליכע קעמרעס באשטעטיגט ערשטע הילף אז די פארלוירענעם האט זיך אריינגעזעצט אין א טעקסי, און פארט א לינקס ארויס פון סקווירא, אבער ס'איז כמעט אומ'מעגליך צו זען פון וועלכע קאמפאני די טעקסי איז, און די לייסענס פלעיט נומערן. 

2:00 - א איד רופט אריין ערשטע הילף אז ער האט אים 'זעכער' געזען אויף וואשינגטאן ביי ווילסאן זונטאג נאכמיטאג. 
עטליכע וואלאנטירן שפרינגן גלייך אריין, און זאמלען קעמרעס צו איבערקוקן. 
נאך צוויי שעה זיצן און איבערקוקן ווידיאו'ס - און מ'האט גארנישט געטראפן. 

3:00 - ראקלענד קאונטי פאליציי הויפקווארטיר קלינגט אלע פאליציי סטאנציע'ס אין ראקלענד קאונטי צו אלאמירן איבער די פארלוירענעם. 

3:30 - ערשטע הילף האט באקומען א ידיעה ממט א מעגליכקייט אז די פארלוירענעם איז געווען אין א געוויסע שול אין וואשינגטאן הייטס. 
מ'רופט די גבאי פון די שול, נאכן שיקן א בילד באשטעטיגט ער אז די פארלוירענעם איז נישט געווען אין זיין ביהמ"ד. 

3:45 - פאלאקטן מיט אינפראמאציע ווערט אויפגעהאנגען ביי די געשעפטן אין שטעטל, אזוי אויך ביי די טיהר'ן און שול. 

4:00 - ערשטע הילף זעצט זיך צוזאם פאר א מיטינג מיט אלע אירע קארדינעיטער, און מ'קומט צום שלוס אזוי: 

מקור א' - די מעגליכקייט אז ער האט זיך אריינגעזעצט אין א טעקסי; האט מען גערופן אלע לאקאלע שפיטעלער, און אויך איבערגעגעבן די אינפראמאציע פאר די פאליציי, אבער דערווייל האט מען נישט קיין פלעיט נומערן אדער אינפראמאציע אויף די קאר. 

מקור ב' - די מעגליכקייט אז מ'האט אים געזען אויפן וואשינגטאן בריק; האט מען גערופן אלע שפיטעלער אין שטאט אזוי אויך אין די געגנט ווי די שבתון איז פארגעקומען האט מען גערופן אלע פאליציי סטאנציע'ס. 

מקור ג' - די מעגליכקייט אז מ'האט איל געזען אין שטעטל זונטאג נאכמיטאג; האט מען דורך געזיכט פילע קעמרעס און מ'האט דערווייל גארנישט געטראפן. 

במילא, צו סאך קען מען נישט טון ווייטער היינט ביינאכט, איז קומענדיגע אינדערפרי וועט מען ווייטער גיין מיט מקור א' און ב', און אזוי אויך נאכאמאל רופן אלע שפיטעלער זינט עס טוישט זיך שיפט. 


דינסטאג (היינט) 8:00 צופרי - ערשטע הילף ארבעט מיט עקספערטן, און מ'האט ב"ה באוויזן צו ארויסבאקומען פון די אומ-קלארע ווידיאו, די לייסענס פלעיט נומערן מיט די פינקטליכע דעטאלן פון די טעקסי וואס האט אפגעפירט די פארלוירענעם.

די פרטים ווערט איבער געגעבן פאר די פאליציי, זיי רופן אראפ די טעקסי דרייווער פאר אויספארשונג. 

11:15 - עטליכע דיטעקטיוו'ס זעצן זיך צוזאם פאר א מיטינג אין די ווילעדזש אפיס מיט עטליכע ערשטע הילף וואלאנטירן. 
די וואלאנטירן גיבן איבער פאר די דיטעקטיוו'ס די מאקסימום אינפראמאציע און עטליכע ווידיאו'ס ווי מ'זעט די פארלוירענעם. די דיטעקטיוו'ס האבן אפאר מאל איבער געפרעגט די ערשטע הילף וואלאנטירן "איר ארבעט אפשר פאר די עף-בי-איי? די אינפראמאציע וואס איר גיבט אינז דא, איז מורא'דיג קראנט און מיר באוואונדערן אייער ארבעט!". 

12:00 - די מעיאר ר' ישראל משה שפיטצער מיט יענקי מאיער פון מתעסקים שתדל'ן אז מ'זאל איבערקוקן די קעמרעס פון די וואשינגטאן בריק. 

2:00 - א טעלעפון רוף צו אלע איינוואוינער אין שטעטל וואס בעט אז ווער ס'האט סיי וואסערע אינפראמאציע זאל ביטע רופן ערשטע הילף. 

2:30 - ניוז 12 מעלדט איבער די פארלוירענעם. 

3:15 - פילע חברים ארגענעזאציע'ס רופן ערשטע הילף אז זיי זענען גרייט צו ארויסהעלפן אויב ס'פעלט זיך אויס צו אנהויבן א סוירטש אין א געוויסע געגנט. - מי כעמך ישראל!!! 
(אבער וויבאלד מ'האט נישט געוויסט ווי ער איז געגאנגען נאכן בריק, האט מען ווי פארשטענדליך נישט געקענט אנהייבן א זיכעריי... )

4:00 - מ'האט ענדליך אנגעהויבן איבערקוקן די קעמרעס פונעם בריק. 

6:00 - ליידער האט מען געזען אויפן קעמרעס וואס עס האט פאסירט וד"ל. 


ווי געשריבן אין אנהויב, פעלט נאך אויס אינזער תפילות אז די דייווער'ס זאלן אים טרעפן אינגיכן און ער זאל זוכה זיין צו קבר ישראל. 

און ווי פארשטענדליך קומט זיך א ריזן דאנק פאר ערשטע הילף דשיכון סקווירא פארן אריינלייגן איבערמיטיגליכע כוחות און שעות אויף שעות ארבעט נאר מיט איין ציל: צו טרעפן א פארלוירענע איד! 

וחברים כל ישראל, א הערצליכע דאנק פאר אלע חברים ארגענעזאציע'ס ובראשם חברים ד'ראקלענד קאונטי. 

וכל העוסקים בצרכי ציבור באמונה הקב"ה ישלם שכרם.
Comments