Posts‎ > ‎

מסתמא ביסטו א חסיד...

posted Jan 28, 2016, 9:21 AM by Tracht Beefor   [ updated Jan 28, 2016, 9:22 AM by Z9 Network ]
אויב דיין טראנק איז פיל מיט קנאבל און זמירות'לעך
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיין בארד איז צוויי דריטל פון דיין פאספארט בילד
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דרייווסטו א מיני ווען מיט א צוקראצטע באמפער און איין שפיגל
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיין ציצית דערציילט א מעשה
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב גייסטו מיט א מאנטל אין די זוממער
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיין מלמד שלאגט ווי דיין ברודער
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיין טאטע שטייט אויף נאך דיר
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיין באס דרייווער ליידט אויף די נערווען
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב ווילאמסבורג איז ביי דיר ירושלים
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב קאווע איז דיין דראג
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב טשולענט נאכווייען איז דיין כעמעסטרי עדיוקעישאן
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיין יום טוב איז דיין רבי'ס יארצייט
מסתמא ביזטו א חסיד

אויב מקוה גיין איז אפיליאירט מיט פיס רייבעריי
מסתמא ביזטו א חסיד

אויב דיין טעלער פיש האט נישט געזען קיין גאפל
מסתמא ביזטו א חסיד

אויב דו 'באווייזט' אפצו'פטר'ן א תחנון מאנטאג און דאנערשטאג
מסתמא ביזטו א חסיד

אויב דו ווייסט פונעם רמז אז מקוה איז נוטריקון מ'ילך קו"ה [-קאווע]
מסתמא ביזטו א חסיד

אויב דו לערנסט נישט קיין ווארט כדי די קליפות זאלן עס נישט צו כאפן
מסתמא ביזטו א חסיד

אויב פת שחרית ווערט אידענטיפיצירט מיט לעקעך אין ביהמ"ד
מסתמא ביזטו א חסיד

אויב ווייסטו פונקטליך די חילוק פון א שייטל/שפיצל/פראנט/אראפגעבינדן/בענדענע
מסתמא ביזטו א חסיד

אויב דיין מורה דרך'ס ברודער איז דיין פיינט
מסתמא ביזטו א חסיד

אויב רעדסטו פון 'טועם זיין' ווען ס'ווארט דיר אפ א שטיקל סטעיק
מסתמא ביזטו א חסיד

אויב דיין ווייב שלעפט די קערידזש מיט אלע קינדער און דו גייסט פאראויס
מסתמא ביזטו א חסיד

אויב דו שעמסט דיך נישט צו פלוידערן נאקעט אין מקוה
מסתמא ביזטו א חסיד

אויב פארסטו ארויס א שעה פון היימישן געגענט צו קענען פארן מיט א בייק
מסתמא ביזטו א חסיד

אויב איימעצוויבל איז ביי דיר א ווארט
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו האסט א פשוטע פאן מיט א סמארט פאן
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיין האנימאן מיינט גיין צו וואלמארט 
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב די park איז דיינע קינדערס דיזנילאנד
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב זכר בונדלעך גייט מיט ביר
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב גייסטו אין האט טאב מיט אנדערע מענער
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיין מויל איז דיינע ברילן'ס דישוואשער
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיינע ברילן'ס הענטלעך זענען דיינע אויערענס ציין בערשטעל
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב "געשמאקער אינגערמאן" איז דיין טיטל
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב להלכה ולא למעשה איז דיין סלאגאן
מסתמא ביסטו א חסיד 

אויב האום דיפא איז פאר דיר ווי גאונטאמענא בעי
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיין שירעם איז א רעגן שטריימעל
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיין ווייב ביגעלט דיין גאטשעס
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו האסט מער זילבערווארג ווי קייסער ווילהעלם אין א דירה פון אנדערהאלב צימער'ן
מסתמא ביסטו א חסיד

ווען א תקנה חתונה מיינט מ'האט 'נאר' געקויפט א קאפ שיצער פאר $1200
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב שטייסטו ביי א חתונה און קוק'טס די מוזיקאנט ארויף די נאז לעכער
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב ניטל איז דיין בעסטע טאג אין יאר
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו לערנסט פון ביכער און ארבייטס אונטער די ביכער
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיין סעקלוארע עדיוקעישאן קומט פון הערן ראדיאו
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיינע דעות קומט פון דער בלאט עדיטאריעל
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב די ווארט שובבים מאכט דיר נערוועז
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיינע גאטשעס זענען לענגער פון די אורך התיבה
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיינע וואנצעס כאפן א טעגליכע טבילה אין קאווע
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיין קאר האט מער שאפינג בעגס ווי מייליזש
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו האלסט דיך קלוג נאכ'ן ליינען יפה בעתו\שטערן\שפאקטיוו
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב טראגסטו עס. עי. עס. שיך 
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב איז עמי פון ווי נעמסט וויסנשאפט
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב ליינסטו אפ די צייטונגען ביים נייעס שטאנג
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב איז "די וואך" דיין קוואל פון נייעס 
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דאנערשטיג מיינט ביי דיר טשולנט 
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב זונטאג עסטו לעבער מיט חריף
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב שערסטו זיך ביים בארבער 
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב קייעסטו גאם, יעדע מאל גייסט צו א זיצונג 
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב פליען ארויס קאווע גלעזלעך פון אויטא
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב פארקירסטו דיין אויטא ביי די "דיסעיבלד פארקינג"
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו פוצט נישט אפ דיין קאר'ס דאך פון שניי
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב נעמסטו אויף 2 פארקינגס
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו טוסט דאבל פארקן און כאפסט א שמועס מיט א חבר
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דער פאליציאנט וואס שטעלט דיר אפ איז אן אנטיסעמיט
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב לייגסטו דיינע בארד האר אין די ספרי ביהמ"ד
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב לאזטו איבער דיין האלב אויסגעטרינקענע גלאז קאווע אין ביהמ"ד אויפן טיש
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב ווערן אייערע שכנים אנגעשמיסן פון אייער התלהבות'דיגע עטיפת טלית
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב זעסטו א פרוי סטאק מיט איר קערידזש אין די שניי און דו העלפסט איר נישט
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב ווען דו רעדסט מיט א פרוי ווערסטו רויט
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב שעירסטו נישט אפ דיינע שנאצען המעכב את האכילה 
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב עמיצער גריסט דיך און דו דרייסט זיך צוריק צו קוקען ווער דאס איז געווען
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיין שטערקסטע טשעלענדזש צו דיין חבר איז צו וויסן ווער עס האט קודם געלעבט די בני יששכר אדער אגרא דכלה 
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו האלסט אז מען דארף זאגן הרב קוק (ימ"ש)
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו האלסט אז די לוטאים זענען בעסער פון די חסידים
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו האלסט אז די חסידים זענען בעסער פון די לוטאים 
מסתמא ביסטו א חסיד 

אויב דו האלסט אז עס איז נשתכח תורת הבעש"ט
מסתמא ביסטו א חסיד 

אויב דו האלסט אז עס איז נישט נשתכח תורת הבעש"ט
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דיין גרעסטע חסידישע גאון אין די צוואנציגסטער יאר הונדערעט איז מיכאל בער ווס"מ
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב האלסטו אז מיכאל בער ווס"מ האט געקענט מאכן א קאר פארן אויף וואסער
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב מיינסטו אז פרויען האבן זיך געשוירן די האר זינט מעמד הר סיני
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב מיינסטו אז רוב פרויען היינט שערן זיך די האר
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב מיינסטו אז שערן די בארד איז הארבער ווי שערן די פרוי'ס האר
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב מיינסטו אז שערן די פרוי'ס האר איז הארבער ווי שערן די בארד
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב פארמאגסטו איין פאר הויזן
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב וואשטו דיינע הויזן פעמיים בשנה
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב דו גייסט נישט אין מקוה ווייל דו ווילסט נישט מ'זאל זען דיינע רבינו חננאל'ס מכנסיים
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב מיינסטו אז א נאכט העמעד איז פרומער פון א פעדזשאמע
מסתמא ביסטו א חסיד


אויב רייכערסטו מיט א גאפל 
מסתמא ביסטו א חסיד

אויב האלטסו "פון פענע צום בלאט" איז מעכטיגע נייעס
ביסטו נעבעך א צערידערטער חסיד

אויב פארטיידיגסטו דיין רבי'נס טעראר
איז א רחמנות אויף אלע חסידים

אויב ביסטו איבער די צוואנציג און נאך אלס א סדרן ביים רבי'נס 
זונ'ס חתונה 
ביסטו א ריכטיגער חסיד

אויב ביסטו גאר פון דעם רבי'נס מאטארקאדע
ביסטו פון די געלונגענע חסידים

אויב דיינע קינדער טרעפן יא ישיבות
אפשר לוינט זיך טאקע צו זיין א חסיד

און אויב שיקסטו מעמדות פאר'ן אנגעפאשעטען על סיר הבשר
בלייב טאקע א חסיד

אויב טראכסטו יעצט אז איך בין א סעלף העיטיג חסיד
מסתמא ביסטו א חסיד

Comments