Posts‎ > ‎

טראגעדיעס: אפשר נעמען מיר א נייע דירעקציע?

posted Jan 15, 2016, 11:40 AM by Tracht Beefor   [ updated Jan 15, 2016, 11:49 AM by Z9 Network ]
Tragedy Tragedy
צום וויפילטן מאל, שטויסן מיר זיך אן מיט די שרעקליכע נייעסלעך, עס פאסירט טראגעדיעס, און... און..? יא, די רבנים וועלן ווידעראמאל מעורר זיין צו תשובה ותיקון המעשים... לב יודע מרת נפשו... יא יא.

וואס טראכטן די מענטשן? מען האט שוין מעורר געווען אן א שיעור מאל. מענטשן טוען באמת תשובה, און מען איז זיך מקבל קבלות טובות. מענטשן זענען כסדר מתפלל, מען זאגט תהלים. טאקע נישט יעדער, עס גלייבט זיך נישט אז מיר וועלן האלטן אזוי שנעל ביי א דור שכולו זכאי – פארט פרובירן מיר, די געציילטע שארית הפליטה אידעלעך, וואס דראפען זיך אויף די גראדע ווענט זיך צו האלטן ביי אידישקייט, דאס בעסטע אין אונזערע כוחות. מיר האלטן זיך ביי די אמונה, מען איז מחנך די קינדערלעך על דרך ישראל סבא, מען קלאפט על חטא אין אייגענעם ברוסטקאסטן ביי יעדע טראגעדיע, די רבנים ומנהיגים פוינטן די פינגערס צו אונז, עס איז אונזער טעכנאלאגיע, אונזער צניעות, אונזער התחברות לרשעים, אונזער ווייניג לערנען, דאס אלעס ברויזט אויף גאט און ער שיקט אונז טראגעדיעס.

און טראץ וואס טויזענטער מענטשן האבן זיך פארבעסערט אין אלע הינזיכטן, וויפיל אידן זענען זיך מכניע פאר די "דעת תורה" און האבן געלייגט די בעסטע פילטערס אויף זייערע כלים און צאלן אפילו געלט דערפאר; וויפיל האט זיך כלל ישראל פארבעסערט מיט צניעות, מען גייט מיט די לענגסטע און ברייטסטע קליידער און מען שטעלט זיך צו צו אלע תקנות וואס מען פאדערט; וויפיל שיעורים זענען נתרבה געווארן די לעצטערע יארן, פון זכרו ביז תורתך שעשועי, פון ארגון שיעורי תורה ביז דרשו, דאס איז שוין אויסער די פילע דף היומי שיעורים בכל קצוי תבל, אזא התמדה אין תורה איז נאך לכאורה נישט געווען ביי כלל ישראל מאז היתה לגוי.

לכאורה וואלט דאך גאט געדארפט זיין פרייליך און צופרידן, און אויפהערן שמייסן מיט די טראגעדיעס. אזא אכשר דרא דור איז דאך עפעס פענאמענאל. אבער למעשה עדיין השטן מרקד בינינו, ואין לך יום שאין קללתה מרובה מחברתה, עס ציפט און עס קוועטשט, דאס הארץ רייסט ליידער פון צרות ישראל, און... און..? אה, די רבנים גייען ווידעראמאל מעורר כלל ישראל און אנהויבן פוינטן פינגערס אויף אונז און אונז מאכן שפירן גילטי... מיר זענען אלעס שולדיג...



אפשר איז שוין צייט ארויסצונעמען די בת היענה קאפ פונעם זאמד, און זאגן, העי, מיר האבן שוין פרובירט די עצות אן א שיעור מאל, עס העלפט נישט, עס מוז זיין אז עפעס אנדערש קוועטשט דעם באשעפער פון אויבן? אפשר האט ער עפעס גאר אן אנדער סארט מעסעדזש? הא, רבנים? עס קען זיין אז עס איז דא עפעס וואס עטץ ווילטס נישט הערן?

ווען וועט מען מעורר זיין אויף די אלע איבלען פון מחלוקת? די זעלבע רבנים וואס צווינגען ארויף פילטערס קריגן זיך מיט א בלעכענעם פנים מיט די אייגענע ברודער מיט די מיאוס'טע סארט מחלוקת, שטייצעך "לשם שמים"? און דאס איז גורם ריזיגע מחלוקת'ן אינערהאלב כלל ישראל... וועט מען רעדן פון דעם? וועט מען אפשר רעדן פון די שוידערליכע קארופציע ביי די בתי דינים היינט? די חז"ל פון 'אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל, שכל פורענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל' ווילט איר איגנארירן?? די אלע ראשי המוסדות וואס ווארפן זיך מיט בחורים און מיידלעך, און לאזן זיי פארפאלן גיין אויפן גאס מיט אלע תירוצים ודברים של מה בכך, דאס ווילט איר נישט מעורר זיין? אז רבנים ועקסנים זענען מעודד ומחזק די דאזיגע וואס נעמען צו די קינדער פון זייערע עלטערן, דאס איז נישט מעורר קיין חרון אף?? 

דערמאנט עס אפשר די מעשה פונעם כעלעמער וואס האט געזוכט זיין אבידה אין שטוב ביים לאמפ, כאטש ער האט עס פארלוירן אינדרויסן אויף די שמוציגע קאלטע גאס ביי די בלאטע, ווייל אין שטוב "איז גרינגער צו זוכן"...??

די וועלט זאגט אז ווער איז א שוטה, דער וואס פרובירט די זעלבע זאך אסאך מאל און ערווארטעט אנדערע רעזולטאטן. הטרם תדע כי אבדה מצרים? זעהט עטץ נישט אז מיר גייען חרוב ונחרב טראץ ענקערע דרשות וואס כלל ישראל פאלגט אזוי ערליך? אפשר איז צייט צו טראכטן א נייע דירעקציע, אפילו עס איז נישט אזוי באקוועם??

עורו נא, התעוררי נא!! 

מקור: קאווע שטיבל. קרעדיט: שמעקעדיג.
Comments