Posts‎ > ‎

וועטער אלערט: מאנטאג פרשת בא‎ תשע"ו

posted Jan 11, 2016, 4:38 PM by Tracht Beefor   [ updated Jan 11, 2016, 4:38 PM by Z9 Network ]
מארגן נאכמיטאג און אנהייב נאכט איז ערווארטעט א לייכטע שניי וואס קען איבערלאזן ארום א האלבע אינטש ביז א אינטש אין די האדסאן וואלי ראיאן, און בלויז א לייכטע קאדינג אויף קארס און ביימער אין נוי יארק סיטי.

די לייכטע שניי וועט ווערן נאכגעפאלגט מיט היפש קאלטע טעג במשך מיטוואך און דאנערשטאג, אבער ס'וועט נאכלאזן סוף וואך, מיט א מעגליכע רעגן אום שבת און זונטאג (אין די האדסאן וואלי קען עס אפשר זיין א געמיש פון רעגן שניי און אייז - דאס וועט ווערן מער קלארער דורכאויס די וואך).



האלטענדיג שוין יאנואר 11 למספרם, און דערווייל איז נאך נישט געפאלן מער ווי א T פון שניי (דאס מיינט ווייניגער פון 0.1 פון א אינטש) אין נוי יארק סיטי, מיינט דאס אז ווארשיינליך וועט זיך דער ווינטער ענדיגן מיט ווייניגער שניי ווי א דורכשניטליכע ווינטער - אדער אין בעסטן פאל בערך די עוורידזש, אבער נישט מער ווי די עוורידזש (די עוורידזש שניי וואס נוי יארק סיטי באקומט א ווינטער איז 25.1 אינטשעס).

טראצדעם איז אבער נישט אויסגעשלאסן די מעגליכקייט אז מ'קען האבן איין גרויסע שניי און אפילו א בליזארד, אזוי ווי מיר וועלן באלד שרייבן.

די רעקארד ביכער פון נוי יארק סיטי צייגן אז א יאר וואס נוי יארק סיטי האט נישט באקומען קיין מעזשערבל שניי ביז אנהייב יאנואר, וועט זיך עס שוין ענדיגן מיט ווייניגער שניי ווי עוורידזש אדער בערך די עוורידזש, אבער אויב איז שוין די ערשטע מעזשערבל שניי געווען אין דעצעמבער אפילו ס'איז געווען ווייניג שניי, דעמאלס קען זיך נאך אמאל מאכן אז ס'זאל ענדיגן היפש מער ווי די עוורידזש (אזוי ווי ס'איז געווען פאריאר, ווען נאוועמבער און דעצעמבער איז געפאלן קוים 1.2 אינטשעס, אבער צום סוף האט זיך עס געענדיגט מיט איבער 50 אינטשעס - דאפלט ווי עוורידזש).


לאמיר אפירנעמען אלע יארן וואס די ערשטע מעדזשערבל שניי איז געווען אום יאנואר, און לאמיר זעהן וויפיל שניי ס'איז געפאלן סך הכל יענעם ווינטער:

  • אין יאר 2007 - תשס"ז איז די ערשטע מעזשערבל שניי געווען יאנואר 19 ווען ס'איז געפאלן א האלבע אינטש שניי, צום סוף האט זיך עס געענדיגט מיט 12.4 אינטשעס, דאס איז בערך האלב פון די עוורידזש.
    אבער טראץ די ווייניג שניי האט מען געהאט איין גרעסערע שניי פון קרוב א האלבע פיס, אום מערץ 16 ווען ס'איז געפאלן 5.5 אינטשעס.
  • אין יאר 2002 - תשס"ב איז די ערשטע מעזשערבל שניי געווען יאנואר 7 ווען ס'איז געפאלן א האלבע אינטש, און דערנאך האט מען געהאט נאך איין שניי פון 3 אינטשעס אום יאנואר 19, און דעטס איט... די ווינטער האט זיך געענדיגט מיט קוים 3.5 אינטשעס פארן גאנצן סיזאן.
  • אין יאר 2000 - תש"ס איז די ערשטע מעזשערבל שניי געווען יאנואר 20 ווען ס'איז געפאלן 2.5 אינטשעס, צום סוף האט זיך די ווינטער געענדיגט מיט 16.3 אינטשעס, דאס איז היפש ווייניגער ווי די עוורידזש.
    די גרעסטע שניי יענעם ווינטער איז געווען עטליכע טעג שפעטער אום יאנואר 25 ווען ס'איז געפאלן 5.5 אינטשעס, אבער טראץ די ווייניג שניי האט מען נאך געהאט א שניי פון 1.2 אינטשעס אזוי שפעט ווי אפריל 9.
  • אין יאר 1998 - תשנ"ח איז די ערשטע מעזשערבל שניי געווען יאנואר 18 ווען ס'איז געפאלן א האלבע אינטש, און נאכדעם איז געפאלן בלויז נאך איין שניי פון 5 אינטשעס סוף ווינטער אום מערץ 22, ברענגענדיג די סך הכל פון יענעם ווינטער צו קוים 5.5 אינטשעס.
  • אין יאר 1995 - תשנ"ה איז די ערשטע מעזשערבל שניי געווען יאנואר 11 ווען ס'איז געפאלן 0.2 פון א אינטש, צום סוף האט זיך די ווינטער געענדיגט מיט 11.8 אינטשעס, וואס איז ווייניגער ווי האלב ווי די עוורידזש.
    אבער טראץ דעם האט מען געהאט יענעם ווינטער איין גרויסע שניי פון 10.8 אינטשעס אום פעברואר 4.
  • אין יאר 1973 - תשל"ג איז די ערשטע מעזשערבל שניי געווען יאנואר 29 ווען ס'איז געפאלן 1.8 אינטשעס, צום סוף האט זיך די ווינטער געענדיגט מיט א נישטיגע 2.8 אינטשעס - די רעקארד ווייניגסטע אין היסטאריע.
  • א יאר פריער אין 1972 - תשל"ב איז די ערשטע מעזשערבל שניי געווען יאנואר 5 ווען ס'איז געפאלן א אינטש, צום סוף האט זיך די ווינטער געענדיגט מיט 22.9 וואס איז ווייניגער ווי די עוורידזש.
    די העכסטע שניי יענעם ווינטער איז געווען 5.7 אינטשעס.
  • אין יאר 1966 - תשכ"ו איז די ערשטע מעזשערבל שניי געווען יאנואר 20 ווען ס'איז געפאלן 0.4 פון א אינטש, צום סוף האט זיך די ווינטער געענדיגט מיט 21.4 אינטשעס, וואס איז ווייניגער ווי די עוורידזש.
    די העכסטע שניי יענעם ווינטער איז געווען 6.8 אינטשעס.
  • אין יאר 1944 - תש"ד איז די ערשטע מעזשערבל שניי געווען יאנואר 3 און 4 ווען ס'איז געפאלן צוזאמען 3.9 אינטשעס, צום סוף האט זיך די ווינטער געענדיגט מיט 23.8 אינטשעס, וואס איז ווייניגער ווי די עוורידזש.
    די העכסטע שניי יענעם ווינטער איז געווען 7.3 אינטשעס.
  • אין יאר 1892 - תרנ"ב איז די ערשטע מעזשערבל שניי געווען יאנואר 6 ווען ס'איז געפאלן 3.5 אינטשעס, צום סוף האט די ווינטער געענדיגט ביי 25.4 אינטשעס וואס איז בערך די עוורידזש.
  • אין יאר 1886 - תרמ"ו איז די ערשטע מעזשערבל שניי געווען יאנואר 8, צום סוף האט זיך די ווינטער געענדיגט מיט 20.8 אינטשעס, וואס איז ווייניגער ווי די עוורידזש.
  • אין יאר 1878 - תרל"ח איז די ערשטע מעזשערבל שניי געווען יאנואר 1, צום סוף האט זיך די ווינטער געענדיגט מיט 8.1 אינטשעס.
עכ"פ מ'זעהט נישט קיין איין יאר וואס די ערשטע מעדזשערבל שניי איז געווען אום יאנואר אז ס'זאל זיך ענדיגן מיט סאך מער שניי ווי די עוורידזש.

ס'איז אויך אינטערסאנט אנצומערקן אז א גרויס טייל פון די אויבנדערמאנטע יארן זענען געווען לא-נינא אדער על-נינא יארן, אזוי ווי ס'איז דאס יאר (און ס'האט גארנישט מיט גלאובל ווארעמינג צו טון):
  • 2007 איז געווען א על-נינא
  • 2002 איז געווען א איבערגאנג פון לא-נינא צו על-נינא
  • 2000 איז געווען א לא-נינא
  • 1998 איז געווען א על-נינא
  • 1995 איז געווען א על-נינא
  • 1973 איז געווען א על-נינא
  • 1972 איז געווען א לא-נינא
  • 1966 איז געווען א על-נינא

Comments