Posts‎ > ‎

ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ

posted Sep 13, 2016, 10:14 AM by Tracht Beefor   [ updated Sep 13, 2016, 10:14 AM by Z9 Network ]
דורך: העניך

טייל מעוררים שרייען אז די וואס מאכן סעלעקציעס זענען עתידים ליתן את הדין פאר'ן דן זיין דיני נפשות. ווער גיט זיי די רעכט און חוצפה צו קענען מחליט זיין וועמען יא אנצונעמען און וועמען נישט? וויאזוי קען א איד נישט ארייננעמען א אידיש קינד וואס וויינט אז ער אדער זי וויל גיין אין א אידישן מוסד? דאס איז אלעס א ריכטיגע טענה, אבער עס איז קאמפליצירטער פון דעם. און דערפאר שפיר איך אז עס איז וויכטיג צו פארשטיין וואס די מנהלים און "ועדים" טראכטן, און מסביר צו זיין פארוואס זיי מאכן א ביטערן טעות און באגייען א שרעקליכן רשעות. 

די מנהלים און ועדים וואס מאכן די סעלעקציעס מאכן אזא חשבון: דער מוסד האט דאך נישט קיין פלאץ אנצונעמען אלע קינדער וואס ווילן זיך איינשרייבן (געווענליך איז דאס טאקע אמת), איך מוז דאך סייווי אפזאגן א געוויסן צאל קינדער, טא, פארוואס זאל איך נישט קענען אויסוועלן וועלכע קינדער איך וויל יא אננעמען? 

אויבנאויף קוקט דאס אויס ווי א ריכטיגע טענה, אבער א מוסד איז דאך אן עבודת הקודש, וואס לעבט אויף נדבות העם ווייל עס איז א הייליגער אידישער אנשטאלט. א מוסד מוז אינזין האבן די טובה פון דער גאנצער שטאט, און פון אלע אידן הדרים בעיר הזאת. דאס זאגן אז "ס'איז מיין מוסד, און איך קען קלויבן די קינדער וואס געפעלן מיר" איז אראגאנץ און רשעות. 

אלס א מוסד קענסטו אוועקשטעלן אן אייגנארטיגן שניט וויאזוי דער מוסד זאל לויפן, אבער איינמאל עס קומט אריינצונעמען קינדער דארף זיין א יושר'דיגער סיסטעם אנצונעמען יעדן סארט קינד, בפשטות לויט ווער עס האט זיך פריער געמאלדן. דאס אז דער מוסד זאל אפמאכן אז "הגם שלומי האט זיך פריער איינגעשריבן גיי איך ענדערש אננעמען שמואלי'ן ווייל ער אדער זיין משפחה געפעלט מיר בעסער" איז דער רשעות. 

פרעגט איר דאך אוודאי אז אויב דער מוסד דארף סייווי אפזאגן דעם זעלבן סכום קינדער, וועט דאך צום סוף ווידעראמאל בלייבן דער זעלבער סכום פון קינדער וואס האבן נישט קיין מוסד? איז וואס א חילוק צי דער מוסד איז יא געווען יושר'דיג אדער נישט ביים מחליט זיין וועלכע קינדער אנצונעמען? דער תירוץ איז אז אויב וואלט מען אנגענומען און נישט אנגענומען אויף א יושר'דיגן מהלך וואלטן די קינדער וואס וואלטן געבליבן אן קיין מוסד געווען אלע סארטן קינדער. און אויב וואלטן געווען ישיבה'לאזע קינדער פון אלע סארטן וואלטן זיך געעפנט פרישע ישיבות איינס נאך דער צווייטער, לויט דעם דימענד. 

אבער וויבאלד די מוסדות מאכן רשעות'דיגע סעלעקציעס לויט וויאזוי עס געפעלט זיי, קומט אויס אז די ישיבה'לאזע קינדער זענען אזעלכע וואס זענען נעבעך אויסגעשפיגן געווארן פון אלע מוסדות נאכ'ן דורכפאלן די סעלעקציעס. מיט'ן סעלעקטירן קינדער שטעלן די מנהלים אוועק די אפגעזאגטע קינדער אין א געוויסן קלאס: די קינדער זענען די "זבורית", די "גארבידזש" (יא, דאס איז ליידער די שפראך וואס מ'הערט פון אזעלכע וואס זענען באאויפטראגט מחנך צו זיין אידישע קינדער). נו, אז די קינדערלעך וועלכע בלייבן אן קיין ישיבות זענען אפגעשטעמפלטע און אויסגעשפיגענע, ווער וועט זיך קימערן פאר זיי? ווער וועט דען מאכן א ישיבה אז די "אויסגעשפיגענע" זאלן האבן וואו צו לערנען? 

אלזא ווען די מנהלים שרייען מיט קראקאדיל טרערן אז זיי האבן פשוט נישט קיין פלאץ איז נישט די טענה צו זיי אז ס'איז יא דא פלאץ. ניין, ס'איז טאקע נישט דא גענוג פלאץ. נאר די טענה איז אז די מוסדות האבן מחליט געווען אז זיי קענען טון מיט זייער באגרעניצטער פלאץ וואס אימער זיי באגערן, און זיי קענען אפשטעמפלען וועלכע קינדער זענען יא ראוי אריינצוקומען אין חדר און וועלכע נישט. און מיט זייער רשעות'דיגן מהלך ווארפן זיי אוועק אידישע קינדערלעך פון קענען לערנען אין א אידישן מוסד, און זענען גורם שרעקליכער צער פאר הונדערטער קינדער און זייערע משפחות.

Comments